ווילנא – די אייראפעאישע יומען רייטס געריכט האט נעכטן געאורטיילט, אז די רעגירונגען פון ליטע און ראמעניע האבן יא געוואוסט קלאר און דייטליך, אז די געהיימע טורמעס וואס די סי-איי-עי האט אנגעפירט אין זייערע לענדער אין די מאנאטן און יארן נאך די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, זענען געווען אומלעגאל און נישט אויסגעהאלטן לויט אינטערנאציאנאלע געזעצן. די זעלבע געריכט האט שוין מיט 4 יאר צוריק געאורטיילט ענליך קעגן פוילן, אבער דערווייל איז פוילן נאכנישט אויסגעשטאנען קיין שום שטראף, און ס'איז נישט קלאר וואס די פלענער זענען צו באשטראפן ליטע און ראמעניע.

Post a Comment