פרעזידענט טראמפ דרוקט אויס גרויס אויפברויז אויף דער 'נישט געלונגענע וויץ' פון סענאטאר 'מארק ווארנער' איבער א. ג. אינפארמאציע וואס ער האט פון ראבערט מולער; שטורעמט אז דער פארהער אויף 'פיטער סטראוק' דארף פארקומען אין די עפענטליכקייט

בילד



פרעזידענט טראמפ האט נעכטן שטארק געשטורעמט אויף טוויטער אקעגן דער העכסט ראנגיקער דעמאקראט אויף די אינטעלינדזשענס קאמיטע סענאטאר 'מארק ווארנער', איבער זיין אזוי גערופענע 'אומגעלונגענע וויץ' וואס ער האט געמאכט א טאג בעפאר, אז ער פארמאגט געהיימע אינפארמאציע פון ראבערט מולער וואס קיינער ווייסט נישט אויסער זיי צוויי. דער מעשה גייט אזוי, סענעטאר מארק ווארנער איז געווען זונטאג נאכט ביי א פארטי מיט נאנטע פריינט, ווי מען געטרונקען גאר שארפע משקאות און אלע סארטן אלקעהאלישע געטראנקן, און ווי עס גילט דער כלל, "וואס ביי א ניכטערן אויפן לונג איז ביי א שיכורן אויפן צינג", האט ער זיך נעבעך פאררעדט..., כטוב לב הסענאטאר ביין.., האט ער זיך אנגערופן אז אויב מען ברענגט אים א גאר גוטע וויין וועט ער פארציילן גאר געהיימע אינפארמאציע וואס נאר ער און ראבערט מולער ווייסן...! ער האט אויך צוגעלייגט אז עס איז צו ערווארטן א זייער הייסע זומער פול מיט נייעס...! שפעטער ווען עס איז געווארן א גרויסע טומל פון זיינע ווערטער, האט סענאטאר ווארנער זיך פארענטפערט אז "עס איז געווען א אומגעלונגענע וויץ"....

פרעזידענט טראמפ האט אבער באשלאסן אים נישט נאכצוגעבן.., און מיט רעכט, ווייל וואס א תירוץ איז דאס "אז עס איז געוען א וויץ" ווען ער איז קלאר געווען 'שיכור ווי לויט' און לגמרי נישט בעלמא הדין..., און עס איז ענדערש מסתבר אז דער פארשוין האט זיך דא מיאוס פארעדט זאכן וואס מען דארף נישט צו רעדן. פרעזידענט טראמפ האט געפרעגט אויפן טוויט "ווען גייט דער יוסטיץ דעפארטמענט אינוועסטיגעטן דער דאזיגער הארבע אינצידענט? קען עס זיין אז ראבערט מולער טיילט אינפארמאציע נאר מיט דעמאקראטישע סענאטארן אבער נישט מיט רעפובליקאנע? לויט אונזער אומגעלונגענער 'וויצלער'.. איז דער תירוץ ווארשיינליך יא..! אזוי אויך האט דער פרעזידענט פארפירט אויפן פאקט אז דער פארהער אין סענאט אויף פיטער סטראוק וועט פארקומען אונטער פארמאכטע טירן, דער פרעזידענט האט זיך געאייסערט: "פיטער סראוק האט געשריבן און געטון געפערליכע זאכן אקעגן אונזער לאנד, און יעצט גייט ער ווערן פארהערט אונטער פארמאכטע טירן? דאס וואלט געדארפט פארקומען לעבעדיג אויף טעלעוויזיע...! זאל א יעדער מיטהאלטן וואס ער האט אלט'ס געטון...!


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל