פרעזידענט טראמפ קאמפיינט העפטיג פאר זיינע קאנדידאטן אין זיבן פריימערי פארמעסטן; גרויס שפאנונג איבער די אויסגאנג אין סאוט קאראליינע גאווענער פריימערי; סי.ען.ען. רעפארטער 'דזשים אקוסטא' ווערט פארשריגן לעבעדיג ביי א טראמפ ראלי

בילד



נעכטן דינסטאג איז אפגעהאלטן געווארן פולע פריימעריס איבער גאנץ אמעריקע צווישן די רעפובליקאנער פארטיי ווי אויך אינערהאלב דער דעמאקראטישע פארטיי, רוב פון די פארמעסטן האבן נישט געקריגן נאציאנאלע אויפמערקזאמקייט, און זענען געבליבן בלויז לאקאלע פארמעסטן, אין פאקט טוען כמעט אלע פון די נעכטיגע פארמעסטן קיינעם נישט אינטערסירן חוץ פון די לאקאלע איינוואוינער, דאך אבער האט פרעזידענט טראמפ געפילט פאר וויכטיג ארומצופארן נעכטן קאמפיינען פאר זיינע קאנדידאטן וועלכע ער שטיצט אין פארשידענארטיגע לאקאלע פארמעסטן, כדי צו פארשטארקערן זיין כוח אינערהאלב די רעפובליקאנע פארטיי, און אז מען זאל קלאר זען, אז וועם דער פרעזידענט שטיצט דער געווינט די פריימערי. בשעת ווען איר וועט ליינען היינט די שורות, וועט מען שוין מן הסתם וויסן די רעזולטאטן אין רוב פון די פריימערי פארמעסטן, אריינגערעכנט דער הויפט פרייז געווינער, נעמליך, דער סאוט קאראליינע גאווערנער פריימערי פארמעסט, ווי מען וועט שוין וויסן צו 'מעקמאסטער' האט באוויזן זיך צו שטארקן אויף 'ווארנער' צו נישט.

א הויפט נאציאנאלע אינטערעסע איז אנטשטאנען איבער דער ספעציעלע פריימערי ראנאף פארמעסט אין סאוט קאראליינע, פאר די פאזיציע פון גאווערנער, צווישן דער אמטירענדער גאווערנער 'הענרי מעקמאסטער', און דער אינוועסטירער מיליאנער 'דזשאן ווארנער', די שטארקע אינטערעסע שטאמט פון דעם, וואס מעקמאסטער איז געוען דער ערשטע סטעיט-ווייד באאמטע צו אפיציעל שטיצן און אינדארסירן דאנעלד טראמפ פאר פרעזידענט, כאטשיג וואס דאס איז דאן געווען זייער נישט פאפולער, פרעזידענט טראמפ האט דאס נעכטן ערווענט ביי דער שליסונג ראלי פאר מעקמאסטער אין סאוט קאראליינע ביי וועלכע ער האט זיך באטייליגט, און האט געזאגט אז אלע רעפובליקאנער זענען שולדיג פאר אים א גרויסע הכרת הטוב, בסך הכל האט דער פרעזידענט שוין קאמפיינט פאר מעקמאסטער פינעף מאל פערזענליך, און האט אומצאליגע מאל שוין גע'טוויט וועגן דעם, אזוי אז דער פרעזידענט האט געלייגט זיין גאנצע פרעסטיזש אויפן וואגשאל איבער די נעכטידיגע אויסגאנג, ובפרט איבער די סאוט קאראליינע גאווערנער אויסגאנג, וואס אויב וועט מעקמאסטער פאלן, דאן וועט דאס זיין א שטארקע פאליטישע קלאפ פאר פרעזידענט טראמפ'ס כוח און איינפלוס אינערהאלב די רעפובליקאנער פארטיי.

א באזונדערע ספעציעלע דראמא האט זיך אפגעשפילט נעכטן ביי דער שליסונג ראלי אין סאוט קאראליינע פאר גאווערנער מעקמאסטער, ביי וועלכע פרעזידענט טראמפ האט זיך באטייליגט, און האט אנגעצויגן א ריזיגע מאסע מענטשן וועלכע האבן זיך באטייליגט אויפגעהייטערט ביז צו א מאקסימום. דער ראלי איז געווען אנגעפיקעוועט מיט ריזיגע שילדן אקעגן דער מידיא און די "פעיק ניוז", אזש עס האט זיך געקענט דאכטן אז עס איז גאר א ראלי אקעגן די מידיא..., איין ריזיגע שילד האט זיך געליינט מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "סי.ען.ען. שימעלט".., און דער מאן וואס האט דאס געהאלטן האט זיך אלט'ס געשטעלט אין א פאזיציע אז דער סי.ען.ען. קאמערע זאל דאס אויפכאפן, אזוי ארום זאל דאס אלט'ס געזען ווערן לעבעדיג דורך די סי.ען.ען. צוקוקער. דער הויכפונקט איז אבער פארגעקומען אינמיטן דער ראלי, ווען דער לעגענדארער ווייסע הויז קאראספאנדענט פאר סי.ען.ען. 'דזשים אקאוסטא', האט זיך אוועקגעשטעלט פארענט פון די קאמערעס ביים עק זאל כדי צו געבן א באריכט פאר די סי.ען.ען. צוקוקער איבער דער מצב ביים ראלי, איינער פון די אנוועזענדע האט דאס באמערקט, און האט אנגעברענגט א ריזיגע מאסע מענטשן וואס זאלן קומען שטיין אונטער דזשים און שרייען "דזשים גיי אהיים"...! און "פעיק ניוז"... אזוי אז דאס זאל לעבעדיג געדעקט ווערן אויף סי.ען.ען. בשעת מעשה, דאס איז תיכף געווארן דער הויפט נייעס אין לאנד, ווען די דעמאקראטן רעגן זיך אויף די פארלעצונג פון דעמאקראטיע, און די רעפובליקאנער קוועלן פון נחת אויף די געלונגענע שטיקל...


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל