אטענס – די פירער פון מאקעדאניע און גריכנלאנד האבן נעכטן אונטערגעשריבן א היסטארישן אפמאך, צו טוישן דעם נאמען פון מאקעדאניע, וועלכע וועט פון היינט און ווייטער הייסן "די רעפובליק פון צפון מאקעדאניע" – מיט'ן ציל צו שליכטן א יארן-לאנגן געפעכט פון אומגעפער דרייסיג יאר. גריכנלאנד האט געהאט טענות אויף מאקעדאניע, א לענדל פון די אמאליגע יאגוסלאווישע רעפובליק, פארוואס זיי רופן זיך ביי דעם נאמען, וויבאלד אין גריכנלאנד איז פארהאן א היסטארישע שטאט וועלכע הייסט שוין הונדערטער יארן מאקעדאניע. נאך לאנגע יארן פון אנגעצויגנקייט, האט מאקעדאניע זיך געבראכן און זי וועט טוישן נאמען.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל