מיטל מזרח – קוועלער אינערהאלב דעם ווייסן הויז זאגן, אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט אין די קומענדיגע טעג ארויסשטעלן א פארלאנג, אז אלע אראבישע לענדער אינעם גאלף ראיאן זאלן קאלעקטיוו ביישטייערן איין ביליאן דאלאר, צו העלפן מיט'ן ווידעראויפבוי פון עזה, און צו לעזן דעם ארטיגן הומאניטארישן קריזיס.
די געלטער וועלן בעיקר גיין צו באפעסטיגן דעם עלעקטעריציטעט סיסטעם, אוועקשטעלן סאלאר פאנעלן און נייע פּארטן, מיט'ן ציל צו פארשטערקערן די ארטיגע עקאנאמיע. די טראמפ אדמיניסטראציע האפט אז דערמיט וועט זיך בארואיגן די לעצטיגע ענדלאזע קאמפיין פון פראטעסטן ביים גרעניץ צווישן עזה און מדינת ישראל.
לויט די קוועלער, וועט די טראמפ אדמיניסטראציע ארויסשטעלן דעם פארלאנג, דורך פרעזידענט טראמפ'ס צוויי ראטגעבער דזשעיסאן גרינבלאט און דזשעראד קושנער, וועלכע גרייטן זיך אין די נאענטע טעג צו פארן קיין מיטל מזרח, וואו זיי וועלן זיך טרעפן מיט אראבישע פארשטייער, בעפאר'ן ארויסשטעלן דעם לאנג-דערווארטעטן שלום פלאן.

הוסף רשומת תגובה