וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס קאמערץ סעקרעטאר, ווילבאר ראסס, האט זיך געטראפן אין צענטער פון א סקאנדאל, ווען עס איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט מעגליך פארלעצט "אינסיידער טרעידינג" געזעצן, וועלכע פארבאטן רעגירונג באאמטע צו נעמען פריוואטע שריט רייך צו ווערן, פון אינפארמאציע וואס מען האט געהערט אין געהיים אין דער רעגירונג און איז נאכנישט אפן פאר'ן פובליק. די באשולדיגונג קעגן ראסס שטאמט פון דעם וואס ער האט אין אקטאבער זיך אפגעלאזט פון זיינע סטאקס אין דער רוסיש-פארבינדעטער "נעוויגעיטאר האלדינגס" פירמע, 3 טעג נאכדעם וואס א ניו יארק טיימס רעפארטער האט אים אנגעפרעגט איבער זיינע סטאקס, און ראסס האט געוואוסט אז ס'גייט קומען נעגאטיווע דעקונג און די פירמע גייט פארלירן געלט. ראסס לייקנט אז ער האט פארלעצט סיי וועלכע געזעץ.
הוסף רשומת תגובה