וואשינגטאן – א באריכט אין סי-ען-ען לויטעט, אז דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער האט לעצטנס אנגעהויבן בעטן, פון יעדן וועמען ער פארשט אויס אלס טייל פון דער רוסלאנד אויספארשונג, אז זיי זאלן אהינגעבן זייערע סמארטפאונס, און ער קוקט איבער זייערע פארשידענע "טשעט" אפליקאציעס, א שטייגער ווי "וואטסעפפ" און "טעלעגראם". דאס קומט ווייל די רעגירונג האט שוועריגקייטן צו שפיאנירן אויף די סארט אפליקאציעס, און די איינציגסטע וועג וויאזוי מוללער קען אויפדעקן געשפרעכן וואס מענטשן פירן אויף די אפליקאציעס, איז דורכ'ן פיזיש קוקן אין די סעלפאונס פון די וועמען ער פרעגט אויס.
הוסף רשומת תגובה