וואשינגטאן – אמעריקאנער גרעניץ אגענטן האבן אין מאנאט מאי ארעסטירט איבער פופציג טויזנט מענטשן, וועלכע האבן פרובירט אריינצוקומען דורכ'ן גרעניץ פון מעקסיקא. דאס איז שוין די דריטע מאנאט אין א צי וואס ארעסטן ביים גרעניץ האבן דערגרייכט דעם הויכן ציפער, און די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט אז דאס איז די געוואונטשענע רעזולטאט פון שטרענגערע אינפארסירונג. עקספערטן זאגן אבער אז דער בלויזער פאקט אז איבער פופציג טויזנט האבן בכלל פרובירט אריבערצוקומען דעם גרעניץ, צייגט אז טראמפ'ס סטראטעגיע ארבעט נישט, ווייל מענטשן קומען ווייטער אפילו ווען זיי ווייסן אז ס'זענען דא גאר שטרענגע געזעצן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל