קאליפארניע – פרייטאג האט מען אפיציעל אנגעהויבן בויען א ריזיגע נייע שטיק גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא. דער נייער קאנסטרוקציע פראיעקט, איז אונטערגענומען געווארן ביים גרעניץ צווישן מעקסיקא און סאן דיגא, קאליפארניע, וואו אן עקזיסטירנדע צוים פון פערצן מייל, וואס לויפט בלויז צען פוס הויעך, וועט ערזעצט ווערן מיט א נייע גרויסע פעסטע וואנט, וואס וועט זיין מער ווי צוויי מאל אזוי הויעך. דער נייער וואנט ווערט געבויט אונטער די אנפירערשאפט פון די אמעריקאנער קאסטומס און גרעניץ פראטעקשאן אגענטור, און אויסער וואס ס'וועט זיין פון צעמענט און וועט זיין מער ווי צוואנציג פוס הויעך, וועט עס האבן אויף זיך א שיכט פון ספעציעלע סארט אייזן, וואס מאכט שווער צו קענען קריכן דערויף.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל