צאנא – מיליטערישע פליגערס פון סאודי אראביע האבן באמבארדירט דעם פרעזידענטליכן פאלאץ אין תימן, וועלכע געפינט זיך אין צענטער פון דער הויפטשטאט צאנא, וואס איז יעצט אין קאנטראל דורך די איראנער-געשטיצטע האוטי רעבעלן. לויט לאקאלע אקטיוויסטן און פאראמעדיקס, זענען אמווייניגסטנס זעקס מענטשן אומגעקומען פון דער סאודיער באמבארדירונג, וואס באריכטן צייגן אז עס האט שטארק געשעדיגט דעם פאלאץ און אויך עטליכע הייזער און ביזנעס געביידעס ארום. דער פאלאץ שטייט שוין ליידיג די לעצטע פאר יאר, זינט תימן איז אריינגעפאלן אין טאטאלן כאאס און פארמאגט נישט קיין געהעריגע רעגירונג, אבער עס ווערט טיילווייז אקופירט דורך האוטי רעבעלן פירער. סאודיער מידיא באריכטן האבן געלויטעט אז צוויי האוטי רעבעלן פירער, אריינגערעכנט מוכאמעד על-האוטי, האבן זיך געפינען אינעווייניג אינעם פאלאץ בשעת דער באמבארדירונג, אבער ס'איז נישט קלאר וואס ס'האט מיט זיי פאסירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל