דייטשלאנד – אן ארגאניזאציע וועלכע גיט זיך אפ מיט האלאקאוסט איבערלעבער, האט נעכטן אפעלירט צו די דייטשע רעגירונג אויטאריטעטן, נישט אויפצוגעבן מיט זייער זוכעניש נאך א טרויעריג-בארימטע נעא-נאצי, וועלכע איז נישט אנגעקומען אין געריכט ווען זי האט געדארפט אנהייבן דינען איר טורמע טערמין. די רעדע איז פון אורסולא האווערבאק, א 89 יעריגע פרוי וועלכע איז פאראורטיילט געווארן פאראיאר צו צוויי יאר טורמע, איבער דעם וואס זי האט נאכאנאנד געלייקנט דעם האלאקאוסט אין דער עפנטליכקייט, און זיך באנומען מיט אנדערע נעא-נאצישע שטיק וועלכע זענען אומלעגאל אין דייטשלאנד. פאליציי האט שוין דורכגעזוכט האווערבאק'ס היים אין דער שטאט וולאטא און אין אנדערע פלעצער וואו זי קען זיך געפינען, אבער דערווייל אהן ערפאלג.
![בילד בילד](https://blogger.googleusercontent.com/img/proxy/AVvXsEi87QM6svhKyrd0voY_9omNpcXG7iqRzrtJ6GjgYmBKwNnSTznRoyP_PGp47SI8JZ9ZJjBG6hmaGp_3t6gzcwYwOjnUEXVUeKyamfk8fNhubPyeq14wsTYLjYbNH3g1mMy608vby9Hz46z4L7FNGu48J_fE62a2Ahj5PzctKOdejNxUD8f3l_8AmLytqHZrkG2p09jEj45DKDPQ3z-zGshDpEqEcWPZFw=s0-d-e1-ft)
הוסף רשומת תגובה