אין א סימבאלישן שריט פון פאראייניגונג, האט דער צפון-קארעא רעזשים באפוילן אירע אונטערטאנען צו צוריקרוקן דעם זייגער א האלבע שטונדע, כדי אויסצוגלייכן די צייט מיט'ן זייגער פון דרום קארעא.

דאס קומט נאכדעם וואס מיט דריי יאר צוריק האט דער רעזשים באשטימט אז אין צפון קארעא זאל דער זייער לויפן מיט א האלבע שטונדע פאראויס ווי אין דרום.

דאס איז בלויז איינס פון צענדליגער אזעלכע שריט וואס די רעזשים נעמט, מיט'ן ציל פון זיך איבערבעטן מיט דרום. צווישן אנדערע וועט אין די קומענדיגע וואכן אראפפארן א דעלעגאציע פון די אינטערנאצינאלע אוויאציע אגענטור קיין צפון קארעא, צו באנייען א דירעקטע פלי-ליניע פון צפון קארעא קיין דרום.

אין די זעלבע צייט האט פרעזידענט טראמפ דעם פרייטאג געמאלדן אז עס איז שוין באשטימט געווארן א צייט און א פלאץ פאר די באגעגעניש צווישן אים און קים יאנג-אן. טראמפער האט דערווייל נישט מיטגעטיילט די דעטאלן, אבער ווי עס שיינט וועט עס פארקומען אין די דע-מיליטעראזירטע זאנע וואס געפינט זיך צווישן די צוויי טיילן פון קארעא.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל