דער געוועזענער סעקרעטערי אוו סטעיט, דזשאן קערי, דער ארכיטעקט און שעפער פונעם איראנער נוקלעארער אפמאך, איז נישט גרייט צו זיצן שטיל און לאזן זיין ארבייט גיין לטמיון, און האט זיך אין די לעצטע וואכן עטליכע מאל געטראפן אין געהיים מיט איראנער באאמטע, מיט'ן ציל צו טרעפן א וועג צו ראטעווען דעם אפמאך.

די ״באסטאן גלאוב״ צייטונג האט אויפגעדעקט, אז מיט צוויי וואכן צוריק האט זיך דזשאן קערי געטראפן אין ניו יארק מיט מוכאמאד זאריף, דער איראנער אויסערן מיניסטער, און לויט די קוועלער איז עס שוין געווען די צווייטע זיצונג צווישן די צוויי.

אזוי אויך האט קערי אפגעהאלטן געשפרעכן מיט א רייע אייראפעאישע פירער, אריינגערעכנט דער פראנצויזשער פרעזידענט מאקראן, און זיי געשטופט צו לייגן דרוק אויף פרעזידענט טראמפ, אז ער זאל פארבלייבן אינעם איראנער אפמאך נאכדעם וואס דער מאי 12 אולטימאטום לויפט אפ.

די נייעס האט געברענגט שטארקע קריטיק קעגן קערי פון פילע אין די פאליטישע וועלט, וועלכע באשולדיגן אים אין אונטערגראבן די פאליסי פון אן אמטירנדן פרעזידענט, און פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז דאס איז מעגליך א פארלעצונג פון די אמעריקאנער געזעצן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל