סעאל – די יו-ען אגענטור וועלכע פארפיגט אויף אינטערנאציאנאלע רייזע רעכטן האט געזאגט, אז זי וועט אין די קומענדיגע טעג באשליסן צי עס זאל איינגעשטעלט ווערן דירעקטע פאסאזשיר פלי-רייזעס צווישן צפון קארעא און דרום קארעא – צום ערשטן מאל אין היסטאריע. אין די מיטעלע 2000 יארן זענען געווען געציילטע טשארטער פלי רייזעס צווישן די צוויי לענדער, וויבאלד דעמאלט האט אויך אויסגעזען ווי עס גייט ווערן שלום און ווי צפון קארעא איז גרייט אויפצוגעבן נוקלעארע וואפנס, אבער אויסער דעם זענען נישטא קיין דירעקטע רייזעס צווישן די צוויי לענדער. יעצט האט צפון קארעא געבעטן אז די יו-ען זאל באטראכטן די מעגליכקייט פון געבן ערלויבעניש פאר אזעלכע רייזעס, צוליב די אנגעווארימטע באציאונגען, און די יו-ען וועט באשליסן אין די קומענדיגע טעג, נאך א באזוך פון א גרופע יו-ען דיפלאמאטן אין צפון קארעא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל