ירושלים – אמעריקאנער רעגירונג קוועלער האבן דערציילט פאר איזראעלישע מידיא, אז די טראמפ אדמיניסטראציע דערווארט פון מדינת ישראל, צו מאכן "פיינפולע קאנצעסיעס" פאר די אראבער, אלס טייל פון דער אדמיניסטראציע'ס שלום פלאן. לויט די באריכטן, האט שוין די טראמפ אדמיניסטראציע מיטגעטיילט טייל פון איר פלאן מיט'ן מדינת ישראל פארטיידיגונגס מיניסטער, אביגדור ליבערמאן, ביי זיין באזוך אין וואשינגטאן פאריגע וואך, און דאס נעמט אריין א פארלאנג אז מדינת ישראל זאל אויפגעבן קאנטראל אויף 4 אראבישע געגנטער אין מזרח ירושלים – שואפאט, דזשאבאל מובאקאר, איסאוויא און אבו דיס – וויבאלד די פיר געגנטער וועט זיין טייל פונעם ירושלים הויפטשטאט פון א זעלבסטשטענדיג לאנד, עווענטועל פאר די פאלעסטינער. אויב מדינת ישראל וועט דאס נאכגעבן, לויטעט דער באריכט, פארשפרעכט טראמפ זיי גענצליך צו שטיצן אינעם קאמף קעגן איראן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל