וואשינגטאן – דעמאקראטן האבן אנגעהויבן פארפירן, נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז פרעזידענט טראמפ'ס טאכטער, וועלכע פארמאגט פארשידענע אייגענע ביזנעסער פון קליידונג א.ד.ג., האט בלויז אין די לעצטע דריי מאנאטן באקומען אזויפיל ווי דרייצן "טרעידמארקס" פון דער כינעזער רעגירונג, צו האבן די אויסשליסליכע רעכטן צו פארקויפן פארשידענע פראדוקטן. די קאנטראווערסיע איז, אז עס איז שטארק מעגליך אז מיט'ן שענקען אזויפיל טרעידמארקס פאר טראמפ'ס טאכטער, טוט די כינעזער רעגירונג ארבעטן איר צו באאיינפלוסן צו זיין ווייך צו כינע, און צו שטופן איר פאטער, דעם פרעזידענט, צו אקצעפטירן א מער-ווייכן צוגאנג צו כינע.
הוסף רשומת תגובה