וואשינגטאן – נעכטן זענען ווייטער געגאנגען די צוגרייטונגען צום מעגליכן סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און דער צפון קארעא פירער, קים יאנג אן, און דאס ווייסע הויז האט פולקאם צוריקגעדרייט, זאגנדיג אז ווי עס זעט אויס, וועט דער סאמיט יא פארקומען געציילטע טעג נאכדעם וואס טראמפ האט עס אפגעשאפן. צווישן די צוגרייטונגען, איז געווען דאס וואס מען האט געהערט אז צפון קארעא'ס צווייט-העכסטער רעגירונג פיגור, קים יאנג טשאל, איז געקומען קיין ניו יארק, וואו ער טרעפט זיך מיט דיפלאמאטן אויסצוארבעטן די דעטאלן פונעם סאמיט, און אויך וועט טשאל זיך טרעפן מיט סעקרעטערי אוו סטעיט, מייק פאמפעיא. טראמפ וועט אויך אויפנעמען קומענדיגע וואך דעם יאפאנעזער פירער, שינזא אבעי, אלס טייל פון די צוגרייטונגען צום סאמיט.
הוסף רשומת תגובה