קאליפארניע – דער אנטיסעמיטישער רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט אין קאליפארניע, פעטריק ליטעל, איז ארויסגעקומען מיט פרישע ווילדע אנטיסעמיטישע קאמענטארן און געזאגט אין אן אינטערוויו, אז ווי לענגער אידן בלייבן אין קאנטראל פון אמעריקע, אלס ערגער וועט זיין די נקמה קעגן אידן, ווען דאס אמעריקאנער פאלק וועט זיך אויפוועקן צו דעם רעאליטעט. ליטעל זאגט אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי אנטיסעמיטיזם, נאר דער וועג וויאזוי אידן פירן זיך אויף, ברענגט אז מענטשן זאלן זיך אויפרעגן. אויך זאגט ליטעל אין דעם אינטערוויו, אז ס'איז קלאר אז דער גאנצער האלאקאוסט איז אן אויפגעטראכטע געשיכטע, און אויך אז די אידן האבן געברענגט די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, און אז אידן האבן קאנטראלירט די שווארצע קנעכט פארקויפונגען בעפאר דער בירגער קריג אין אמעריקע.
הוסף רשומת תגובה