וואשינגטאן – היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר, קירסטען ניעלסאן, שפירט זיך מער און מער אויסגעשלאסן פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, ווען הויכראנגיקע טראמפ ראטגעבער רייסן איר עפנטליך אראפ אלס אן אנטי-טראמפ רעפובליקאנער – לויט א באריכט אין "פאליטיקא". דער באריכט קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס מ'האט געהערט אז ניעלסאן האט פאריגן מיטוואך געוואלט רעזיגנירן פון איר אמט. ניעלסאן האט שוין געהאט אפגעשריבן א רעזיגנאציע בריוו, נאכדעם וואס טראמפ האט איר זייער שארף אראפגעריסן ביי א קאבינעט זיצונג אין ווייסן הויז, באשולדיגנדיג אז זי טוט נישט גענוג צו באשיצן די גרעניץ פון שמוגלערייען. ניעלסאן האט למעשה באשלאסן נישט אריינצוגעבן די רעזיגנאציע בריוו פאר טראמפ, אבער פילע זאגן אז אירע טעג זענען מעגליך געציילטע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל