סאקראמענטא – פרישע ציפערן פון דער פעדעראלער רעגירונג צייגן, אז קאליפארניע'ס עקאנאמיע איז איבערגעשטיגן די גאנצע עקאנאמיע פון ענגלאנד, און איז אצינד די פינפט-גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט. קאליפארניע'ס "דזשי-די-פי", דאס הייסט וויפיל פראדוקטן און סערוויסעס עס איז ארויסגעגעבן געווארן – איז געשטיגן מיט 127 ביליאן דאלאר פון יאר 2016 ביז 2017, און בסך הכל האלט עס שוין יעצט ביי 2.7 טריליאן דאלאר – און אין דער זעלבער צייט איז ענגלאנד'ס עקאנאמיע געפאלן, ערלויבנדיג קאליפארניע זיך ארויפצוכאפן צום נומער פינף פאזיציע. עקספערטן זאגן אז די סיבה פארוואס קאליפארניע'ס עקאנאמיע איז אזוי מאסיוו, איז ערשטנס צוליב'ן פאקט וואס זיי האבן נאענט צו פערציג מיליאן איינוואוינער, און צווייטנס צוליב די גאר רייכע טעכנאלאגיע אינדוסטריע אין קאליפארניע'ס "סיליקאן וואלי".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל