קענסאס – אן אמעריקאנער נעווי וועטעראן וועלכער האט אומגעברענגט אן אינדישן אפשטאמיגער, איז פאראורטיילט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע. דער וועטעראן עדעם פורינטאן ווערט באשולדיגט, אז ער האט אומגעברענגט דעם 32 יעריגן סירינאוואס קוטשיבולטא אין א רעסטוראנט אין קענסאס סיטי אין פעברואר יאר 2017, נאכדעם וואס ער האט געשריגן אויף קוטשיבולטא אז ער זאל זיך ארויסגיין פון אמעריקע, ווייל ער באלאנגט נישט דא. פורינטאן האט זיך דערקלערט שולדיג אויף מארד קלאגעס, אבער האס פארברעכן קלאגעס, וואס זענען קודם געברענגט געווארן, זענען ארויסגעווארפן געווארן נאכדעם וואס פורינטאן האט מסכים געווען זיך צו דערקלערן שולדיג אויף מארד. פראקורארן האבן געזאגט אז די מארד פון קוטשיבולטא איז געקומען אלס טייל פון א כוואליע אטאקעס קעגן שווארצע, מוסולמענער און אידן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל