מאנהעטן – נעכטן אין פעדעראלן געריכט, ביים אנגייענדיגן צווייטן קארופציע פראצעס קעגן אידישן געוועזענעם ניו יארק אסעמבלי ספיקער שעלי סילווער, האט אויפגעטרעטן א אידישער דאקטאר ביים נאמען ראבערט טויב, דינענדיג אלס עדות פאר די פראקורארן קעגן סילווער. צווישן די פארשידענע זאכן וואס דאקטער טויב האט דערציילט, איז געווען א טשיקאווער עפיזאד, ווען ער האט געשילדערט אז אין יאר 2014, נאכדעם וואס עף-בי-איי אגענטן האבן ביי אים באזוכט אויסצופארשן איבער סילווער, האט ער, טויב, זיך געוואנדן צו סילווער און אים געזאגט אז ער האט באקומען א באזוך פון די "ביקור חולים", נוצנדיג די ווערטער אויף לשה"ק, נישט וועלנדיג אז די עף-בי-איי זאל פארשטיין וואס ער זאגט פאר סילווער...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל