איינע פון די שווערסטע שטרויכלונגען צו איבערקומען אין דיפלאמאטישע פארהאנדלונגען, ספעציעל ווען עס קומט צווישן צוויי לאנג-יעריגע געשוואוירענע פיינט, איז צוטרוי, אז די זייטן זאלן האבן קעגנזייטיגע צוטרוי אין די צוזאגן און פארשפרעכונגען.

אן אנקעטע וועלכע איז גענומען געווארן אין סאוט קארעא צייגט אז אן איבערוויגנדע מערהייט פון די ארטיגע איינוואוינער גלייבן אז קים יאנג-אָן איז ערנסט מיט זיין גרייטקייט צו זיך אנטוואפענען פון זיינע נוקלעארעא זאפאסן, און באצייכענען אים אלס עמיצן וואס מען קען געטרויען.

דאס איז א דראמאטישער טויש אינעם דעת הקהל פון סאוט קארעא, וואו אן ענליכע אנקעטע פון מערץ האט געצייגט אז 83% האבן א גאר נעגאטיווע מיינונג, און בלויז 10% האבן געהאט א גינסטיגן בליק אויף אים.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל