וואשינגטאן – דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן טרעי גאודי, וועלכער פירט די קאנגרעסיאנאלע איבערזיכט קאמיטע, האט נעכטן דערקלערט, אז די באשולדיגונגען אז די עף-בי-איי האט געהאט אריינגעשטעלט א שפיאן אינעם טראמפ קאמפיין, זענען לעכערליך ביז גאר. גאודי האט קאמענטירט נאכ'ן זעהן געהיימע דאקומענטן פונעם רוסלאנד אויספארשונג, זאגנדיג "איך בין יעצט אפילו נאכמער איבערגעצייגט אז די עף-בי-איי האט געטאן גענוי וואס אמעריקאנער בירגער וואלטן געוואלט, ווען זיי האבן באקומען די אינפארמאציע וואס זיי האבן באקומען. די גאנצע זאך האט גארנישט געהאט קעגן דאנעלד טראמפ".

בילד

Post a Comment

Previous Post Next Post