ניו יארק – די צוויי ביליאנערן עלאן מאסק (גרינדער פון טעסלא, ספעיס-עקס און נאך) און וואָרען באָפעט (אינוועסטירער און פינאנציר פון "בערקשייער העטעוועי"), האבן זיך אין די לעצטערע טעג אריינגעלאזט אין א געפעכט איבער זייערע אינוועסטמענט סטראטעגיעס, ווען מאסק האט אנגעהויבן קריטיקירן באפעט, אז זיין סטראטעגיע פון אינוועסטמענט, איז בלויז אפצוקויפן ביזנעסער וועלכע האבן א מאנאפאל אויף א געוויסן מארקעט, אין דער צייט וואס ער לאזט זיך אריין אין נייע בייפעלער און זוכט צו רעוואלוציאניזירן די וועלט מיט טעכנאלאגישע ערפינדונגען. איינס פון באפעט'ס מערסט-באקאנטע אינוועסטמענטס, איז די "סי'ס קענדיס" געשעפטן נעץ, וואס ער פארמאגט שוין פערציג יאר, און יעצט האט מאסק געמאלדן אז ער גייט אויך אנהייבן פארקויפן קענדיס, אין א דירעקטן מעסעדזש קעגן באפעט.
![בילד בילד](https://blogger.googleusercontent.com/img/proxy/AVvXsEgbk9GjeMSD1vJgqhQXmYukpT1N9c8TqOnVGOeAlFIkAbm48h6nfr78L8amMU475XI2XxKfwr7tmF2LeLbB2TfjAqNYntF1fbs4Ocpc_AcCuQ8dXMRGHFiXfNtofMtxe63-11eNOSeAnef7bsqVB60ZU2TTKHe76pOXECtOskkOFepjGP8-bT_KoYIfATAGgT9qTPNgFto3_0bdaGCDqGhDIjQKt-yh1Q=s0-d-e1-ft)
הוסף רשומת תגובה