לאס אנדזשעלעס – א היימלאזער פארשוין איז געווארן א העלד ביי אנטי-אימיגראציע אקטיוויסטן, נאכדעם וואס די פאליציי אין קאליפארניע האבן פארעפנטליכט דעטאלן איבער א היים איינברעך וואס האט פאסירט אויפ'ן ליבעראלן קאליפארניער גאווערנאר דזשערי בראון. דער 51 יעריגער סטיווען סיעלי האט זיך איינגעבראכן אינעם פריוואטן היים פון גאווערנאר בראון, און ווען די פאליציי האבן אים ארעסטירט, האט ער געזאגט אז ער האט פשוט אויסגעהערט וואס דער גאווערנאר רעדט א גאנצן טאג ביי זיינע רעדעס, וואו ער זאגט אז קאליפארניע האט אן "אפענע היים" פאליסי ווען עס קומט צו אימיגראנטן, און ער האט דעריבער אויסגעטייטשט אז דער גאווערנאר וועט נישט האבן קיין פראבלעם אויב ער קומט אריין צו אים אהיים...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל