אן אויסגעשפראכענער אנטיסעמיט וועלכער לויפט פאר'ן סענאט אין קאליפארניע איז ארויסגעפירט געווארן פונעם רעפובליקאנער קאנווענשאן.

דער רעפובליקאנער פּעטריק ליטעל, וועלכער איז אינדארסירט געווארן דורכ'ן געוועזענעם KKK פירער דעיוויד דיוק, ציט אן אזויפיל ווי אכצן פראצענט פון די שטימען, הגם ער איז היפש הינטערשטעליג פון זיין דעמאקראטישער קעגנערין פיינשטיין, א איד, וועמען די אנקעטעס געבן 39 פראצענט פון די שטימען.

ליטעל איז אנגעקומען צו דעם קאנווענשאן, וואס איז פאריגן שבת אפגעהאלטן געווארן אין סאן דיעגא, אבער זיכערהייטס-וועכטערס האבן אים תיכף ארויסגעפירט פון דארט.

נאכ'ן ארויסגעפירט ווערן, האט ליטעל ארויפגעשטעלט א ווידעאו אויפ'ן אינטערנעט, אין וועלכן ער טרעט און שפייט אויף א מדינת ישראל פאן. "דאס איז די פאן פון א טעראריסטיש לאנד," האט ער דערביי אויסגערופן.

ליטעל, וועמענס קאמפיין-פארשפרעכונג איז צו באפרייען אמעריקע פון "אידישן קאנטראל", האט פריער ארויסגעשיקט מעסעדזשעס אויף טוויטער, אין וועלכע ער האט באשולדיגט דאס מדינת ישראל געהיים-דינסט, מוסד, אין דורכפירן די 9-11 אטאקעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל