וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן א פרעזידענטליכן פארדאן פאר א פארשטארבענעם שווארצן באָקסער, וועלכער איז אנגעקלאגט געווארן ביים לעבן מיט הארבע פארברעכנס, אין א לעכערליכן ראסיסטישן פראצעס קעגן אים. די רעדע איז פון דזשעק דזשאנסאן, וועלכער האט אין יאר 1913 פארהייראט א ווייסע פרוי. אמעריקע איז נאך דאן געווען איינגעטונקען אין ראסיזם קעגן שווארצע, איז דעריבער דזשאנסאן ארעסטירט געווארן געציילטע וואכן נאך זיין הייראטן, און מען האט אים געקלאגט מיט קידנעפינג, וויבאלד ס'איז נישט פולקאם לעגאל געווען פאר שווארצע צו הייראטן ווייסע. צוריקקוקנדיג היינט צו יענעם פראצעס, זעט מען ווי לעכערליך און ראסיסטיש די אנקלאגע איז געווען, און דעריבער האט אים טראמפ פארדאנירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל