וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט געעפנט א "סעקשאן 232 נעשאנעל סעקיוריטי" פארשונג, איבער קארס וועלכע ווערן אימפארטירט קיין אמעריקע. די זעלבע סארט אויספארשונג האט טראמפ פארארדענט אויף אייזן און אלומינום, וואס האט געברענגט אז טראמפ זאל ארויפשטעלן שווערע אימפארט שטראפן אויף אנדערע לענדער, און יעצט זוכט ער דאס צו טאן מיט קארס וואס ווערן אריינגעברענגט פון אויסלאנד. דער פלאן איז צו שטעלן א 25 פראצענט אימפארט שטייער אויף קארס פון אויסלאנד, און אויב דאס פאסירט, וועט עס טאקע טשעפען כינע, אבער אויך אמעריקע'ס אליאירטע ווי יאפאן, וועלכע ברענגט אריין יערליך 2.4 מיליאן קארס קיין אמעריקע, און דרום קארעא, וועלכע איז די וועלט'ס זעקסט-גרעסטע קאר פראדוצירער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל