קאליפארניע – די "דזשעי-די פאוער ענד אסאשיעטס" ביזנעס שאצונג גרופע, האט ארויסגעגעבן נעכטן איר יערליכע ליסטע פון די בעסטע לופטליניעס אין אמעריקע. עס שטעלט זיך ארויס אז "אלאסקע עירליינס" איז די סאמע בעסטע פון די "טראדיציאנעלע לופטליניעס", און דערנאך קומט "דעלטא", "אמעריקען" און "יונייטעד".

צווישן די "ביליגערע לופטליניעס", איז "סאוטוועסט" ארויסגעקומען דאס בעסטע, "דזשעט-בלו" די צווייטע, "אלידזשיענט עיר" נאכדעם, און צום לעצט איז די גאר ביליגע "פראנטיער עירליינס". קוקנדיג וועלכן נומער יעדע לופטליניע האט באקומען, וואס "דזשעי-די פאוער" טיילט איין ציפערן פון 1000 (דאס בעסטע) ביז 1 (דאס ערגסטע), זעהט מען אז "יונייטעד" איז אריינגעקומען מיט א נידריגערן ציפער ווי די גאר-אומפאפולערע "אלידזשיענט עיר".

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל