קאליפארניע – עטליכע הויכראנגיקע איינגעשטעלטע אינערהאלב די טעכנאלאגיע ריז "גוגל", האבן געמאלדן זייער רעזיגנאציע אין די לעצטערע וואכן, אלס פראטעסט קעגן דעם וואס די פירמע האט אקצעפטירט א קאנטראקט מיט'ן פענטאגאן, אנטיילצונעמען אין "פראיעקט מאווען". דער פראיעקט נוצט גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, באקאנט אלס "ארטיפישעל אינטעלידזשענס" דורכצונישטערן בילדער און ווידעאס וואס ווערן געכאפט דורך מיליטערישע דראונס, צו קענען אידענטיפיצירן מענטשן און אביעקטן, אן דעם וואס מען זאל דארפן האבן אפיצירן דורכצוקוקן די בילדער. די רעזיגנירטע ארבעטער זענען נישט צופרידן אז גוגעל ווערט פארמישט מיט די מיליטער, נאכדערצו אין אזעלכע קאנטראווערסיאלע זאכן ווי דראון מיסיל באמבארדירונגען, און אויסער די רעזיגנאציעס, האבן איבער 4 טויזנט גוגעל ארבעטער אונטערגעשריבן אן אינערליכע בריוו דערקעגן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל