וואשינגטאן – די דעמאקראטישע פארטיי האט באשלאסן, אז זייער הויפט און צענטראלע סטראטעגיע אין בעפארברייטונג צו די מידטוירם וואלן היי יאר נאוועמבער, וועט זיין צו קאמפיינען קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע'ס קארופציע, און זיי וועלן נוצן פרעזידענט טראמפ'ס מאטא "רייניגן דעם זומפ" אלס אומאפיציעלע סלאגאן, ארויסצוהייבן די פארשידענע קארופציע סקאנדאלן וואס פלאגן די אדמיניסטראציע, אריינגערעכנט אמטירנדן אי-פי-עי פירער סקאט פרואיט. די דעמאקראטן האבן געמאלדן די סטראטעגיע, ביי א ספעציעלע פרעסע קאנפערענץ וואס זיי האבן אפגעהאלטן מאנטאג פארנט פונעם קעפיטאל געביידע אין וואשינגטאן, וואו טשאק שומער האט געזאגט אז "דער סוואמפ איז קיינמאל נאכנישט געווען אזוי שטינקעדיג ווי אונטער דעם יעצטיגן פרעזידענט".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל