וואשינגטאן – די "אסאסיעטעד פּרעס" באריכטעט, אז א באריכט וואס דער יוסטיץ דעפארטמענט "אינספעקטאר דזשענעראל" גרייט זיך ארויסצוגעבן אין פובליק אין די נאנטע טעג, וועט שארף קריטיקירן און אראפרייסן די עף-בי-איי פירערשאפט אין יאר 2016, פאר'ן נישט אונטערנעמען גענוג שנעלע שריט איבערצוקוקן און אויספארשן פרוי קלינטאן'ס אימעילס בעפאר די דעמאלטדיגע פרעזידענט וואלן. דער דעמאלטדיגער עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי האט געמאלדן בלויז געציילטע וואכן בעפאר די וואלן אז זיי האבן געטראפן פרישע אימעילס פון קלינטאן און עפענען צוריק דעם אויספארשונג, און דער "איי-דזשי" רעפארט וועט צייגן אז קאומי און אנדערע האבן שוין לאנגע מאנאטן געוואוסט פון די אימעילס, נאר האבן פארשלעפט עס אויסצופארשן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל