לימא – אין פערו קומען פאר צוגרייטונגען צו אן אינטערנאציאנאלן סאמיט וועלכע וועט פארקומען ענדע וואך, מיט דער באטייליגונג פון פירער פון לאטיין אמעריקע, צענטראל-אמעריקע און צפון אמעריקע, אריינגערעכנט פרעזידענט טראמפ. די לאטיין-אמעריקאנער פרעזידענטן גרייטן זיך צו באגריסן טראמפ, אין א צייט וואס ער האט אין די לעצטע טעג אראפגעריסן עטליכע פון די לענדער, פאר'ן נישט אינפארסירן אימיגראציע געזעצן. פון דער אנדערער זייט הערט מען אז פרעזידענט טראמפ'ס ראטגעבער ארבעטן העפטיג צו פארמיידן א באגריסונג צווישן טראמפ און דעם קובאנער פירער ראאול קאסטרא, וועלנדיג פארמיידן א פארשעמונג ווי דאס וואס אבאמא האט געהאט מיט 3 יאר צוריק, ווען קאסטרא האט אויפגעהויבן זיין האנט ווי א קליין קינד.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל