מוגאדישו – דער קריזיס צווישן קאטאר און די איבריגע אראבישע לענדער, האט זיך נעכטן אריינגעכאפט צום אפריקאנער לענדל סאמאליע. די סאמאליער רעגירונג האט געמאלדן אז זי האט פארכאפט דריי זעק פון גרינע דאלארן, אין ווערד פון צען מיליאן דאלאר, פון א פליגער וועלכע האט געלאנדעט אין איר הויפטשטאט מוגאדישו, קומענדיג פון די יונייטעד אראב עמירעיטס. א שליח פון די יונייטעד אראב עמירעיטס האט זיך געפונען אינעם לופטפעלד אפצונעמען דאס געלט, אבער די סאמאליער אויטאריטעטן האבן עס קאנפיסקירט, זאגנדיג אז זיי ווילן אויספארשן פון וואו ס'קומט און וואס ס'איז דער ציל פון די געלט. די יונייטעד אראב עמירעיטס איז פון די פירער פונעם קאמף צווישן די אראבישע לענדער און קאטאר, און סאמאליע האט ביז היינט נישט געוואלט נעמען קיין שטעלונג אינעם קאמף, ברענגענדיג אויפברויז ביי די יונייטעד אראב עמירעיטס, און יעצט וועלן זיי נאכמער ברויזן מיט דער קאנפיסקירונג פון די געלטער.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל