פאָרשטייערס פון אידישע גרופעס אין ענגלאנד זענען ארויס אנטוישט פון א זיצונג מיט דעם פירער פון דער 'לעיבאר' פארטיי, נאך דעם וואס יענער איז נישט גרייט געווען זיך אונטערצונעמען קאנקרעטע שריט איבער אויסרייניגן די פארטיי פון שנאת ישראל.

דזשערעמי קארביין, דער פירער פון דער לעיבאר פארטיי, האט אליין א רעקארד פון אנטיסעמיטישע דעקלאראציעס אין דער פארגאנגענהייט אבער ווערט בעיקר באשולדיגט אין טאלערירן און אפילו מוטיגן שנאת ישראל אינערהאלב דער לעיבאר פארטיי.

די לעיבאר פארטיי ווערט אין דער דער לעצטער תקופה געפלאגט פון עפיזאדן און מיטגלידערס מיט העסליכע דעקלאראציעס קעגן אידן און מדינת ישראל.

קארביין זעלבסט האט אין דער פארגאנגענהייט באצייכנט צוויי טעראר-גרופעס, 'כעזבאלא' און 'כאמאס', אלס זיינע "פריינט".

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל