דאס לאנד איז היינט מיטוואך באפאלן געווארן פון שווערע רעגן-שטורעמס, וואס האבן פארשוועמט הייוועיס און בנינים און געפירט צום טויט פון איין בעדואינער יוגנטליכן.

אין ארץ ישראל, וואו עס רעגנט כמעט נישט דורכאויס דעם זומער-סעזאן, איז דער וועטער געווען א זעלטענע דערשיינונג, אבער איז געקומען אין א צייט וואס דאס לאנד מוטשעט זיך מיט א מאנגל אין וואסער וואס האלט אן שוין פינף יאר.

אין שומרון האבן די רעטונגס-אגענטורן אנגעהויבן מיט זוכענישן נאך אן אראבישער פרוי, וועלכע איז פארשוועמט געווארן פון א לויפנדן שטראם וואסער נעבן דעם ישוב 'מעלה עמוס'.

עטליכע וויכטיגע הייוועיס זענען פארשלאסן געווארן, ווי איז דער פארקער אינעם בן גריון לופטפעלד געקומען צו א צייטווייליגן אפשטעל אדאנק דעם שטורעם.

וועטער-עקספערטן זאגן פאר אז די רעגנס וועלן אנהאלטן אויך מארגן, מיט פרישע פארפלייצונגען און מעגליכע שאדנס.

בילד 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל