וועלט-פירערס מוטיגן טראמפ צו האלטן איראן-אפמאך
שטייענדיג בלויז עטליכע וואכן אוועק פון דעם מאי-12 דאטום, ווען פרעזידענט טראמפ וועט דארפן מחליט זיין איבער ווידער אונטערשרייבן דעם אפמאך מיט איראן אדער זיך ארויסציען דערפון, האבן די רעגירונגען פון רוסלאנד און כינע געווארנט אז זיי וועלן צעשטערן יעדן פרואוו עס צו "סאבאטאשירן".

דער אפמאך, וואס איז אונטערגעשריבן געווארן דורכ'ן געוועזענעם פרעזידענט אבאמא, איז זיינער-צייט געקומען אונטער שארפער קריטיק פון עטליכע ריכטונגען אינלאנד און אויסלאנד, וויבאלד ער קומט נישט נאך דעם עיקר ציל, אפצוהאלטן איראן פון אנטוויקלען נוקלעארע וואפנס.

דער אפמאך, וואס איז אויסגעארבעט און אונטערגעשריבן געווארן דורך די פאראייניגטע שטאטן, ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד, רוסלאנד, און כינע, דארף אונטערגעשריבן ווערן דורכ'ן פרעזידענט יעדן ניינציג טעג.

טראמפ, וועלכער האט דאס פריערדיגע מאל אונטערגעשריבן דעם אפמאך, האט פריער געווארנט אז ער וועט עס מער נישט טאן און וועט ארויסציען אמעריקע פונעם אפמאך, סיידן פארשידענע פרטים וועלן איבערגעמאכט ווערן.

דער פרעזידענט האט קריטיקירט דעם אפמאך פון דער ערשטער מינוט, און אים באצייכנט ווי א "בושה פאר די פאראייניגטע שטאטן," וועלכע האט זייער א סך נאכגעגעבן פאר איראן אבער גארנישט באקומען אויף צוריק.

דער איראנישער אויסערן מיניסטער האט דערקלערט אז זיין רעגירונג איז נישט גרייט צו מאדיפיצירן די פרטים פונעם אפמאך, וועלכער זאל פארבלייבן ווי ער איז, אדער אינגאנצן אנולירט ווערן, דראענדיג די פאראייניגטע שטאטן מיט "קאנסעקווענצן" אין פאל זי ציט זיך ארויס פונעם אפמאך.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל