דער ווארטזאגער פון דער רוצח'ישער טעראר-באנדע, 'אייסיס', האט גערופן אירע מיטגלידער אנצוהייבן פאקוסירן די טעראר-טעטיגקייטן מער אויף איסלאמישע לענדער און ווייניגער אויף מערב-וועלט שטאטן, ווי ביז יעצט.

אינעם רעקארדירטן מעסעדזש ווייזט אבו כאסאן אל-מוהאדזשיר אן, אז דאס קעמפן קעגן די רוסן און אייראפעער איז גארנישט וויכטיגער ווי די "פאלעסטינער, סאודי אראביע, עגיפטן, אדער איראן," אלע פון וועלכע זענען "כופרים" און דארפן אויסגעראטן ווערן.

אינעם לעצטן מעסעדזש אין יאר 17', האט אייסיס גערופן אירע מיטגלידערס און נאכפאלגערס דורכצופירן אטאקעס אין אייראפע און צפון אמעריקע, אבער ווי עס שיינט האט די באנדע-פירערשאפט באשלאסן צו פאקוסירן פריער אויף די איסלאמישע לענדער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל