דמשק – אין א דראמאטישער אנטוויקלונג, האט א מיליטערישע קאאליציע פון די פאראייניגטע שטאטן, ענגלאנד און פראנקרייך, דורכגעפירט א געצילטע באמבארדירונג קעגן דעם אסאד רעזשים אין סיריע, אין רעאקציע צו דעם וואס דער רעזשים האט דורכגעפירט א כעמישע וואפן אטאקע אויף אומשולדיגע ציווילע בירגער מיט עטליכע וואכן צוריק.

די באמבארדירונג איז פארגעקומען שבת אינדערפרי אויפ'ן סירישן זייגער, און איז געמאלדן געווארן ביי א ספעציעלער רעדע פון פרעזידענט טראמפ אין ווייסן הויז, בשעת'ן אדרעסירן דאס אמעריקאנער פאלק פרייטאג צונאכטס. מיליטערישע קוועלער האבן דערציילט, אז די באמבארדירונגען זענען אנגעגאנגען בשעת טראמפ האט גערעדט.

די דריי מיליטערן האבן ארויסגעשאסן ארום 105 מיסילס, און פארניכטעט דריי מיליטערישע צילן פון דעם אסאד רעזשים, אריינגערעכנט א כעמישע וואפנס פאבריק אין דער הויפטשטאט דמשק, א מיליטערישע קאמאנד צענטער אין דער שטאט האמס, און א סטארעזש וואו דאס אסאד מיליטער האט געהאלטן כעמישע וואפנס אין האמס.

אמעריקאנער פאליטישאנס און לענדער פון איבער דער וועלט האבן שטארק באגריסט די מיליטערישע שריט צו רעאגירן שארף צו דעם כעמישע-וואפנס-באנוץ קעגן אומשולדיגע בירגער, און ווי אמעריקע האט געזאגט, האט מען מיט דער באמבארדירונג אפגעשוואכט אסאד'ס מעגליכקייט ווייטער צו נוצן כעמישע וואפנס.

שארפע קריטיק האט מען אבער געהערט פון רוסלאנד, איראן און סיריע, וועלכע האבן געזאגט אינאיינעם אז די באמבארדירונג איז געווען אן אגרעסיווע שריט קעגן א זעלבסטשטענדיג לאנד. רוסלאנד האט פרובירט דורכצופירן א יו-ען רעזאלוציע צו פארדאמען די באמבארדירונג, אבער עס איז סוקסעספול בלאקירט געווארן.

בילד



וויאזוי די באמבארדירונג איז צוגעגאנגען

- אמווייניגסטנס איינס פון די אמעריקאנער נעווי שיפן, וועלכע פארן אינעם רויטן ים, האבן געשפילט א ראלע אין דער באמבארדירונג, און אויך עטליכע אמעריקאנער "בי-1" באמבארדירער דזשעטס.

- צווישן די 105 מיסילס, זענען געווען 30 טאמאהאק מיסילס געשאסן פון דער "יו-עס-עס מאנטערי" שיף און 7 פון דער "יו-עס-עס לאבון" שיף – ביידע אינעם רויטן ים. נאך 23 זענען געשאסן געווארן פון דער "יו-עס-עס היגינס" אינעם צפון אראבישן גאלף ים.

- א סובמארין ביים נאמען "יו-עס-עס דזשאן ווארנער", האט ארויסגעשאסן זעקס טאמאהאק מיסילס פונעם מיטללענדישן ים, און א פראנצויזישע מיליטערישע שיף, אינעם זעלבן ראיאן, האט ארויסגעשאסן נאך 3 מיסילס.

- אויסער די שיפן זענען גענוצט געווארן פליגערס פאר דער באמבארדירונג, אריינגערעכנט צוויי אמעריקאנער בי-1 באמבארדירער דזשעטס וועלכע האבן ארויסגעשאסן 19 מיסילס. בריטישע פליגערס האבן ארויסגעשאסן 8 מיסילס, און פראנצויזישע פליגערס האבן ארויסגעשאסן 9.

בילד

נאטיצן ארום דער סיריער באמבארדירונג

- דער פענטאגאן האט געזאגט אז נישט רוסלאנד און נישט סיריע זענען געווארנט געווארן פון פאראויס איבער דער געפלאנטער באמבארדירונג, און מ'האט אויסגעוועלט דירעקט די דאזיגע צילן צו באמבארדירן, כדי ס'זאל נישט זיין קיין שאדנס פאר דעם רוסישן מיליטער.

- רוסלאנד טענה'ט אז דאס אסאד מיליטער האט סוקסעספול אראפגעשאסן 71 פון די 105 מיסילס, אבער ווי פענטאגאן באאמטע זאגן, לויט זייער שפיאנאזש און אינפארמאציע, זענען אלע 105 מיסילס אנגעקומען צו זייער ציל.

- דער סירישער רעזשים זאגט אז די אמעריקאנער-געפירטע באמבארדירונג האט געברענגט עטליכע ציווילע פאטאליטעטן, אבער דער פענטאגאן האט עס קאטעגאריש געלייקנט, זאגנדיג אז די מיסילס זענען ספעציעל געווארן געצילט אויף פלעצער וואו עס דרייען זיך נישט קיין ציווילע.

- פרעזידענט טראמפ האט אין א מעסעדזש דערקלערט אז די באמבארדירונג איז געווען א הונדערט פראצענטיגע סוקסעס, נוצנדיג דעם אויסדרוק "מיסיע פארפולקאמט", און אויסלויבנדיג פראנקרייך און ענגלאנד פאר זייער הילף אין דער באמבארדירונג.

- דער פענטאגאן און די טראמפ אדמיניסטראציע האבן קאטעגאריש דערקלערט, אז טראץ וואס די יעצטיגע באמבארדירונג איז טאקע פאראיבער, שטייט מען ווייטער גרייט דורכצופירן נאך אן ענליכע באמבארדירונג, אין פאל אסאד וועט דורכפירן א פרישע כעמישע אטאקע קעגן זיינע בירגער.

- נעכטן איבער'ן טאג האט מען געזען א פארמערטע אנוועזנהייט פון קאנטער-טעראריזם אפיצירן אין די ניו יארק סיטי גאסן, אבער ווי די פאליציי האט געזאגט, הערשט נישט קיין טעראר געפאר, נאר ס'איז פשוט א באווארענונג אין ליכט פון די באמבארדירונגען אויף סיריע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל