מאסקווע – דער נידריגערער פארלאמענט אין רוסלאנד האט פרייטאג אנגעהויבן דעבאטירן א געזעץ, וועלכע וועט געבן פאר דער רוסישער רעגירונג די מאכט ארויפצושטעלן פארבאטן און סאנקציעס אויף פארשידענע אמעריקאנער פראדוקטן, אז זיי זאלן נישט קענען אריינגעברענגט ווערן קיין רוסלאנד. די דעבאטע איבער דעם פרעצעדענטלאזן געזעץ פארשלאג קומט נאכדעם וואס עטליכע איינפלוסרייכע פיגורן און ביזנעסלייט אין רוסלאנד האבן זיך באקלאגט פאר דער רעגירונג, אז זייערע ביזנעס אקטיוויטעטן זענען שטארק אפעקטירט געווארן אלס רעזולטאט פון די פרישע סאנקציעס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט מיט צוויי וואכן צוריק ארויפגעשטעלט אויף א גרופע פון רוסישע אליגארכן און ביזנעסלייט. אמעריקאנער ביזנעסער שיקן יערליך פראדוקטן אין ווערד פון 12 ביליאן דאלאר קיין רוסלאנד, און די סאנקציעס וועט אפעקטירן אמעריקאנער טאבאקא, פארמאסוטיקל פראדוקטן און נאך.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל