פון רייזענדער

וואס האט עטץ געמיינט?...כ'וועל בלייבן דארטן און צעשמאלצן ווערן?!...נאו וועי!...די איינציגסטע חקירה איז נאר צי איך בין אויסגעמאגערט געווארן, אדער דער קליינער קארעלע איז געסטרעטשט געווארן...

יא יא היינט איז אויף מיר אויסגעפאלן די גורל צו פארוויילן אין בארא פארק, נו, וויאזוי קומט מען אן אהין? דורכ'ן באס? טרעין? היטש?...היטש האט געוואנען דעם "איני-מיני" גורל!...פארוואס?.....זעהט אויס אז היינט האט פאר אייך קרעטשמע קאלעגע'ס אויסגעפעלט פארן געזונט אט דעם ארטיקל....

בילד



אנגעהויבן האט זיך עס ביים וועל-נאון היטש-פלאץ אין וויליאמסבורג, (ניין, נישט דאס גיימיר יעצט אנאלאזירן....הזמן יכלו והם לא יכלו...) עס הערשט א רעגנדיגע פארכמארעטע וועטער אינדרויסן, אלעס איז נאס און פייכט, נאכן זיך צוזאמעסן אויף אלע פארביי-פארנדע אויטא'ס וואס האבן אריינגעלייגט אין די פארדערשטע זיץ א "נש" כדי נישט עובר צו זיין אויף והתעלמת, קומט ענדליך צו פארן א פיצעלע קאר (נישט קיין סמארט-קאר) פון קענט עוועניו אויף די זייט פון הופפער, און שטעלט זיך אפ ביים שיפן דריי וואס פירט צו וויליאמסבורג סטריט על אפם ועל חמתם פון די הונטערשטע קאר'ס וועלכע הייבן אן אלע אינאיינעם ווי א כאר צו פייפן, דער קאר ווערט באפאלן ווי א טאץ הייסע-פאטעטא-קוגל ביי א גרויסע דינער (פון די ענליכסטע משלים וואס כ'האב כעת געטראפן...), דער דרייווער שרייט ארויס פון פענסטער מיט זיין פליסיגן\צעבראכענעם אידיש וואס ער האלט נאך אינמיטן פארגעסן, אז ער פארט ביז זעכצן'טע עוועניו ביי די צוויי און פערציגסטע סטריט, אבער זיין באפעל דערגרייכט נאר די אויערן פון די וועלכע זענען געבליבן שטיין אינדרויסן מחמר חוסר המקום אדער מחמת חולשת גופם נאכדעם וואס די קאר איז אנגעלאדענט פון פענסטער צו פענסטער מיט אומגעפעהר פינעף און א האלב מענטשן וועלכע האבן אויסגענוצט די צייט עודו מדברו – ווען ער האלט נאך מעלדן זיין סטאנציע און זיך אריינגעריסן אינעם אויטא...

אוי...דאס אריינקוועטשן זיך אינעם אויטא...אוי די קאשמארן קומען מיר אנטקעגן ווי נאר איך קלער נאר אנצוהייבן טראכטן דערוועגן...ווי נאר די קארעלע האט דערגרייכט די היטש-פלאץ אדער בעסער געזאגט ווי נאר ער האט אנגעהויבן אראפצוסלויען איינמעלדענדיג דערמיט אז ער האט אין פלאן אביסל אפצוליידיגן די היטש-פלאץ, איז געשעהן א צוזאמלויפעניש גענוי ווי די קינדער ביים באס סטאפ ווען אלעס שארפט זיך די ציין צו כאפן די "פראנט-סיט", אלע ספרים פון די ווארטענדע זענען פארקלאפט געווארן, אלע בעסטע פרענד'ס וועלכע זענען פארנומען שמיעסנדיג איש אל אחיו זענען מיטאמאל צעטיילט געווארן, אלע מתבודדים האבן פלוצלינג אראפגעלאנדעט צוריק אויף דעם עולם, אלעס מיט איין געלויף, וגם אני בתוכם, צו כאפן כאטשיג א פערטל זיץ אין דעם פיצי קאר...דער פאדערשטע טיר ווערט אויפגעריסן דורך עפעס א בנשק'ל וועלכע פארכאפט דעם אויבנאן, ער פארשטייט ניטאמאל וויאזוי א צווייטער אינגע בחור'ל וואגט זיך אפילו אים צו פראבירן צו פארלויפן דעם וועג, ביידע טירן מימין ומשמאל ווערן אראפגעבראכן...אה..ניין..יעצט באמערק איך אז ס'איז געבליבן גאנץ....פון יעדע זייט פראבירן זיך אריינצוריקן נאך פיר מענטשן, גענוי וויפיל עס פיט געווענדליך אריין אין א קאר..., איינער שפרינגט אריין אינעם קאר-סיט בעת דער צווייטער פראבירט עס אויסצורייסן מיטן שורש, איינער כאפט דעם טלית בייטל פונעם דריייווער בעת ווען דער צווייטער וויל נאר דערשמעקן וויאזוי דער דרייווער הייסט, א שאד ס'שטייט נישט אויפן בייטל וועמנ'ס זון; און וועמענ'ס איידעם; צי ער האט קינדער; צי ער האט בכלל חתונה געהאט; אויב יא, וויפיל מאל; אויב נישט, היתכן וכו' וכו', אזוי טראכט ער מן הסתם, אבער נישט קיין פראבלעם...מען וועט שוין באלד נעמען דעם דרייווער אויף א פארהער...

דער בת היענה שפיל גייט אן אויפן שטערקסטן פארנעם, אלעס איז פארנומען מיט זיך...אלעס קריכט איינער אויפן צווייטן, יעדער פראבירט אריינצורוקן כאטשיג איין אבר אינעם קאר – א האנט; נאז; א פיס; איך ריק אריין מיין זוטשקע, פון דערזייט הערט זיך א געמיש פון פארשידענארטיגע לויזונגן איינער שרייט : נו! דרך ארץ!...בעת ווען א צווייטער זאגט איבער מיט גרויס הערצליכקייט דעם מימרא: "אז ס'איז דא פלאץ אין הארץ איז איבעראל דא פלאץ" אדער "אז מ'פאקט מיט סדר איז דא פלאץ", א דריטער וועלכער זיצט שוין "באקוועם" אינעם קאר, באפעלט פארן דרייווער מיט קולות: פאר שוין!!! וכו' וכו'...ווען דער רענצל\קאר איז שוין איבערגעפילט שרייט נאך איין איידעלער אינגערמאן ווארשיינליך עפעס א שואל ומשיב אין א ישיבה'לע אין בארא פארק, ארויס, ווינקנדיג פאר עפעס א מיטל-עידזש אידל (וועמען ער האט פאר א סעקונדע צוריק אוועקגעשטויסן ווי א באל) אז ער איז אים גרייט איבערצגעבן זיין זיץ...ער ווערט אבער באלד פארשריגן דורכ'ן שאפער וועלכער שרייט איבער אלע הינטערשטע קאר'ס וועלכע זענען שוין הייזעריג פון פייפן אזוי לאנג, אז ער זאל שוין פארמאכן די טיר! נו יעצט פראביר דו עס צו פארמאכן....מיט די הילף פון עפעס א בעל מידות פונדרויסן איין מאל; צוויי מאל; דריי מאל - ענדליך ווערט דער טיר פארקלאפט, און ווארשיינדליך ויסעו....ניין ניין נישט אזוי שנעל...

איך, איידעלער אינגערמאן, בין געבליבן אינדרויסן, מיט איין אויג קוק איך צי ס'קומט שוין נאך אן אויטא וועם צו באפאלן, ווען מיט'ן צווייטן אויג אבזערוויר איך דעם אויטא - היכן נכנס כל הפשתן הזה.....ווען פלוצלינג פאסירט דאס אומגלויבליכע...דער קאר געט מיטאמאל אן עקספלאדיר מיט א ווילדקייט...ווען מיט א געיעג פליען ארויס פון דארט אלע מענטשליכע באשטאנדטיילן פונעם קאר....אלעס לויפט צוריק ארויס פון דעם קאר ווי מען וואלט ווען געכאפט געווארן דורך א קידנעפער....וואס איז געשעהן?.....גארנישט, ענטפערט איינער שוימענדיג פאר כעס: א מין חוצפה - דער דרייווער פארט נאר ביז'ן צוויי און פערציגסטן סטריט!...אזעלכע, און נאך ענליכע קללות הערט זיך פון די חברה... ס'קוקט אויס ווי דער דרייווער איז א באשטעלטער טעקסי וואס פאלגט נישט אויס די אנווייזונגען פונעם קאסטומער....אדער ווי ער האט זיי מיט עפעס בא'גנב'עט....הקיצור דער קאר שטייט יעצט פריש אויסגעלעהרט גרייט פאר א פרישע איבערפאל פון פאסאדזשירן...

חוזר וחלילה ווערט די קאר פריש באגאסן מיט מענטשן, דאסמאל עטוואס ווייניגער, אבער ס'קוקט פארט אויס ווי דער ציל אנצוקומען אינעווייניג איז אסאך שטערקער ווי צו דערגרייכן דעם ריכטיגן דעסטענאציע....איך נעם פריש א שאנס, טראצדעם וואס איך ווער באגאסן פון עימיצער וואס פראבירט אריינצורייטן אינעם אויטא מיטן אפענעם שירעם, יגעתי ומצאתי דורך כח כוחו פון א צווייטן ווער איך אויך אריינגעשליידערט אינעם אויטא. ס'קוקט שוין אויס פיל גרייט צו פארן, מ'פארמאכט מיט גרויס שוועריגקייט די טירן, ווען ס'איז שוין ענדליך פארמאכט, שרייט דער שאפער אז ס'איז נישט גוט פארקלאפט, דער פאסאדזשיר נעבן די טיר, א צעווילדעוועטער איזרעילי, עפענט צוריק אויף דעם טיר, (איינער קומט צו לויפן מיינענדיג אז ס'גייט זיין א דריטע שיירה...) ער געט עס א זעץ צו מיט א ווילדקייט אזוי אז די טיר זאל פארגעסן אז מען האט איר געקענט אמאל עפענען. דער דרייווער פאראינטערעסירט זיך אין די וואוילזיין פון זיין טלית בייטל, מיין לינקער שכן וועלכער האלט דעם בייטל אויף זיין שויס, רופט זיך אן מיט זיין אזוי געשמאקער סענטס-אפ-יומער: נישט געזארגט...ס'ליגט אין גוטע הענט..חחח.....און פיינעלי....ויסעו!...

אונז רוק מיר זיך אוועק פונעם היטש-פלאץ איבערלאזענדיג דארטן אפאר אפגעמוטשעטע אידן וועלכע באגלייטן אונזער קאר מיט זייערע אנגעווייטאגטע בליקן, איך הייב זיך אן ארומצוקוקן וואו איך געפון זיך דא...איך שפיר זיך איינגעמיירעט אין א שאכטל געזאלצענע העירינג...מימיני זיצט עפעס א פארשוויצטער איזרעילי משולאח, וואס גיסט זיך פון אים שווייץ געמישט מיט פרישע מי גשמים, וועלכער איז נישט מוחל דעם דרייווער אויף זיין אומפארענדיגטער ציגארעטל וואס ער האט געמוזט צוטרעטן איידערן עס ענדיגן אויסנאגן ביזן סוף צוליב'ן אנקום פונעם קאר, משמאלי זיצט עימיצער, א דיקליכער איד מי א צעבויגענעם שטאפענעם היט איינגעוויקעלט אין א סופערמארקעט שאפינג בעג וואס איז משפיע טראפ נאך טראפ פאר אונז אלע, די שאפינג בעג מעטשט גראדע צו די אנדערע שאפינג בעג וואס עס גיסט זיך ארויס פון דארטן די זאפט פון די פרישטאג קאנטעינאר'ס וועלכע זענען צוקראכט געווארן משך דעם מלחמה זיך אריינצובאקומען אינעם קאר, פונעם אידל "שפירט זיך" אז ער איז א גרויסער מחמיר אנצוהאלטן די ניין טעג הלכות אויף א גאנץ קיילעכיג יאר...עפעס א חאנאיאקישער דארטשיקער בחור'ל, מער פון די "מבקשים" סטייל, האט זיך באקוועם געמאכט אינעם קאר-סיט, אין זיין האנט האלט ער א סידור'ל זייענדיג משלים אלע שטיקלעך פון דאווענען וואס ער איז נישט זיכער אז ער האט עס שוין געזאגט...

דער שטימונג אין קאר איז עפעס אויסערגעווענדליך, דער עולם מאכט זיך באקוועם ווי מ'גרייט זיך ווען יעצט צו אפרייזן א רייזע ביז מאנטרעאל, "ערעב יוד אפשר גארטעלט איר זיך איין", ווענדעט זיך דער שאפער וועלכער ווערט שוין נערוועז פון די נאנ-סטאפ סיט-בעלט'ס-געפייפערייען וואס לאט זיך בשום אופן נישט סנאאז'ן, צו זיין רעכטן בנשק-שכן, דער איד געט זיך א האסטיגן דריי אויס צום דרייווער שענקענדיג שארפע בליקן צו דער וואס וואגט זיך אים איינצוטיילן וואס צו טאן, אבער ער איז גלייך ממתיק די דינים ווען בעת ער ציט די פאסיקעס לייגט ער צו במתק לשונו: נו, כל מה שיאמר לך בעה"ב חחח...דער רעכטער שכן מיינער, דער משולאח, שלעפט ארויס פון זיין טאש א זעקל מיט טשעינדזש, און הייבט אן צו ציילן ווען יעדע סקונדע כאפ איך נאך א רוק פון אים ווען ער בייגט זיך אראפ אויפצוהייבן נאך א ניקל, און פאר א נויט בעט\הייסט ער מיך איך זאל אים אויפהייבן דעם גרינעם פעני וואס האט אריינגעבלאנדזשעט צווישן מיינע שיך. דער לינקער שכן מיינער דאכט זיך עפעס אז ער זיצט יעצט ביי די גמרא....ער דרימעלט עפעס מיט אזא געשמאק אזש אלע מיינע ביינער ווערן אווי מיטגעכאפט מיט זיין הויכן מתיקות'דיגן כראפעראציע....ערגעץ אינדערצווישן בין איך נאך מקיים דעם ויט שכמו לסבול ווען דער איד נוצט מיינע שוואכע פלייצעס אלס זיין קושן...(ווען ער איז ווען א גוי וואלט עס ווען געהייסן א קידוש ה' פאר ווער עס ווייסט פון וואס איך רעד...)

דער בנשק'ל הייבט באלד אן מיט זיין קרייץ פארהער: וויאזוי הייסט איר? וועמענ'ס זון? וועמענ'ס אייניקל?...אהה, שפרינגט ער אויף, איך האב נאך געקענט קענען דיין עלטער זיידן! זיי זענען געקומען פונדערהיים פון ...איך ווייס נישט וויאזוי מ'ספעלט די נאמען פון דעם אונגאריש דערפל...דער אידל הייבט אן מאלן וואסער איבער דעם אז זיין צוגעקומענעם עלטער פעטער מזווג שמיני האט אויך געשטאמט פון א באבע וואס האט סוף ימי' דורכגעפארן אמאל דעם דערפל וכו' וכו' דער דרייווער ווערט באלד "איבערגעריסן" מיט א "וויכטיגע" (אבער נאך ווי וויכטיג...) טעלעפאן קאל....מיט די בלו-טוט קען מען עס גרינג ערלעדיגן...קיינער דארף נישט זיין אויף די אנדער זייט טרייבל....

ווי נאר דער דרייווער ווערט שטיל (צי לאנג קען מען דאך נישט רעדן צו די וואנט...) הייבט דער בנשק'ל אן צו קאכן אז היינט איז דער הייליגער .......'ס יארצייט, און הייבט דערביי אן צו באוואשן דעם דרייווער מיט א שלל סיפורים און מימרות פונעם אויבנדערמאנטער בעל ההילולא נאכפאלגענדיג מיט א ווארעמע התעוררות'דיגן שלש-סעודות-תורה נאכזאגענדיג אלעס וואס ער האט געקלערט און אלעס וואס ער האט שוין דאכצעך געזעהן שטיין אין א ספר....דער באדערנער-דרייווער הייבט שוין אן חרטה צו האבן פארוואס ער האט נאכנישט גענצליך פארגעסן די אידישע שפראך....ער האט נישט קיין ברירה – בעל כרחך יענה אמן צו אלע זיינע פערל ווערטער: יא יא; אזוי גאר; געוואלדיג!; פשששש...וכו' וכו'...און דער אידל זעהנדיג די געוואלדיגע "הנאה" וואס דער דרייווער האט און ווי ער האלט אזוי מיט, סטאפט נישט צו רעדן אזש די פענסטער קעגן אים הייבט שוין אן צו צוגיין פון אזויפיל וואסער וואס ער מאלט....(עכט מיינט ער נאר גוטס: ער וויל דאך משפיע\מחזיר בתשובה זיין דעם דרייווער מיט זיין "ווארעמע" כח ההשפעה...אז נישט ביי זיך אין ביהמ"ד, כאטש ביי יענעם אין קאר...נישט אזוי?....) פלוצים דערגרייכט דאס ענין דעם קלימאקס...דע איד שפרינגט אויף און הייבט אן ארויסצושרייען אווי נישט מיט זיין קול מיט א שמחה נפלאה וואס עס פאלט אים יעצט ביי עפעס א געוואלדיגער דבר אגדה דאאססס האט ער שוין נישט געזעהן אין ערגעץ!....די "שמחה" ווערט אלס מער און מער אזש דער דרייווער גיט א צינד אן א פרייליכע מוזיק סידי "לכבוד" דעם מרפסן-איגרא'דיגן חידוש....וואונדער איבער וואונדער...דא האט שוין דער בנשק'ל\אנשיקעניש געכאפט דעם רמז...ער נעמט ארויס א בינטל עיר פאונ'ס און הייבט עס אן אויפצוקניפן זיך גרייטנדיג צו הערן עפעס...כ'האף אז ווען ער איז אנגעקומען צו זיין סטאפ איז עס שוין געווען אויפגעקניפט...ווייל ווי איך האב אים איבערגעלאזט האלט ער נאך אינמיטן קניפן.....

צעביסלעך רוק מיר זיך פאראויס, מיין לינקער שכן האט זיך נארוואס אויפגעוועקט, און הייבט באלד אן זיך אינטערצוברימען עפעס א תנועה'לע, עד היום האב איך נאכנישט געכאפט וועלכער לידל ער מיינט ארויסצוברענגן...איך הייב שוין אן צו קלערן אז די לידל האלט ער יעצט אינמיטן קאמפאזירן...אדער קען גאר זיין אז ער האט יעצט אינמיטן דעם דרימל געהערט די מלאכי החלומות דאס זינגען....ס'קען טאקע זיין ווייל ס'קוקט אויס ווי עפעס א מין לידל שלא מעלמא הדין...די ברומען ווערן כסדר העכער און העכער...אבער צו הויך קען עס נישט ווערן ווייל דער משולאח האט יעצט באקומען עפעס א וויכטיגע טעלעפאון קאל, וואס דער פון די אנדערע זייט נעמט אים ארויס פון די דישעס (כלים בלע"ז), ער געט אויס אויף יענעמ'ס קאפ זיין גאנצע כעס אויף די אמעריקאנער אידן וואס זיי באדן זיך אין גאלד, און געבן אים אפילו נישט איין שפריץ פון דעם, א מין קארגשאפט....(נעבעך...יענער ווייסט נעבעך נישט אז דער האלט יעצט אינמיטן ציילן זיינע קאפיקעס....) יענער פראבירט אים מן הסתם צו פארענטפערן, אבער אן ערפאלג....די קולות גייען עד לב השמים, אזוי ארום טרעף איך מיך ווי די "מאנקי אין די מידל" צווישן צוויי חברה וואס האבן יעצט א שטיקעלע פארמעסט ווער עס קען מער נערווירן די מיטרייזנדע...

ווי גייט מען?....קומט די ערווארטעטע פראגע פונעם דרייווער ווען מיר דערנענטערן זיך שוין צו די בארא פארק'ער באדן, נו, ווי גייט מען?....פרעגט ער שוין מיט מער נערוועזיקייט נישט וויסנדיג צי ער זאל פארן דורך מעקדאנעלד אדער דורך פארט-העמילטאן....אין קול ואין עונה!...דער איזרעילי איז אויפן טעלעפאון, דער בעל מנגן האלט יעצט אינמיטן די קאפ-שטימע (ענדליך הער איך שוין וואס דאס מיינט)...דער בחור'ל קען נישט אויסרעדן יעצט...דער בנשק'ל האלט אז דער דרייווער דארף אליינס פארשטיין ווי ער גייט...דא בין איך געווען די פירסט-רעספאנדער: איך שריי ארויס פון מיין באהעלטעניש אז איך גיי אראפ ביי פערציג און זעכצענטע עוועניו, דער משולאח זאגט אז ער געדענקט נישט אויף די רגע עפעס "דרייצן"....גיי ווייס וואו אויף דרייצן...נאכאמאזעל ער האט נישט געדענקט נאר עפעס "סטריט"....(לבי אומר לי אז ער מיינט 'שומרי שבת'...וואס האלט איר, נישט אזוי?...אפשר וויל ער גאר כאפן פון דארט א היטש אויף ווייטער...מי יודע?...) דער לינקער שכן מיינער זאגט: איך וועל גיין ווי איר גייט!...(ווארשיינליך זיך געלערנט די מידה פון רות...), אקעי זאגט דרייווער איך פאר ביז צוויי און פערציג און זעכצענטע עוועניו! כ'וועל אבער פארן דורך פארט-העמעלטאן, זיך רעכענענדיג מיט דעם משולח, און דו בחור'ל, ווייזט ער אן דורכן שפיגל, וואו גייסטו? דער בחור ווערט רויט, א שעמעדיגע שמייכל באווייזט זיך אויף זיינע ליפן: נישט קיין חילוק!...ענטפערט ער....

ביני לביני קומט מען אן אויף בארא פארק, דער דרייווער ריכטעט זיינע טריט צו פארט-העמעלטאן, ער קומט אן צו די צוויי און פערציגסטע סטריט דרייט ער זיך אריין, דער בנשק'ל וועקט זיך אויף מיט טענות: פארוואס דרייט איר זיך דא איין? איך וויל דאך גיין ווייטער ביז צווי און פופציגסטע סטריט....נאכפאלגענדיג מיט א ריי מיט צצצ...צצצ..., דער דרייווער פילט זיך שולדיג (נאך אזא געציצקעעכטס)...און זאגט אים: גוט, איך וועל אראפפארן לכבוד אייך דרייצענטע עוועניו ביז די צוויי און פופציגסטע סטריט, אזוי גאר, פריידט זיך דער אידל קודם זאגט ער נעעעע...ס'גוט ס'גווווטטטט...אבער ער טענה'עט זיך נישט צו לאנג מיטן דרייווער און נעמט צום סוף אן דעם כבוד...און האט שוין גלייך גרייט צוגעפאסט(?) א שיינעם טייטש מיט א סיפור'ל דערנעבן מיט וואס ער וועט ווארשיינליך נערווירן דעם דרייווער משך אלע רעדלייט'ס אויף דרייצנטע עוועניו....אבער איך האב נישט קיין צייט צו דעם, איך זאג דעם דרייווער אז איך וועל העכסטענס אראפגיין אויף די צוויי און פערציגסטע סטריט ביי דרייצנ'טע עוועניו....דער דרייווער שטעלט זיך אפ ביים קארנער...איך איך וויל זיך ארויסקוועטשן פונעם אויטא...דער איזרעילי איז פויל ארויסצוגיין לכבודי, ער האלט אז אין אזא פיצי קאר וועל איך זיך קענען אדורכשטיפן אנע דעם וואס ער וועט פריער ארויסגיין....אבער בלית ברירה מיט א קללה דערנעבן קריכט ער ארויס פונעם אויטא...און...איך אטעם שוין ענדליך אביסעלע פרישע לופט....

ס'איז גרינג זיך אויסצו'משל'ן וואס עס איז ווייטער פארגעקומען דארט אינעם קארעלע, אבער כגון דא זאגט מען: חסר הסיום וחבל על דאבדין!...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל