א פארשוין איז ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי מיט הילף פון די שומרים, פארן אראפשרויפן די לייסענס פלעיטס פון עטליכע קארס אין וויליאמסבורג.

די אינצידענטן האבן אלע פאסירט אויף פען סטריט, צווישען לי עוועניו און בעדפארד עוועניו, בערך 5:30 היינט פארטאגס. איינמאל די פארברעך איז באמערקט געווארן, האבן די געטרייע שומרים וואלענטירן צוזאמגענומען ווידיא פילם פון סורוועילענס קאמעראס פון די געגנט, און איבערגעגעבן אלע באווייזן צו די פאליציי, אריינגערעכנט ווידיא ווי מען זעהט קלאר די פארשוין'ס פנים, און ווי ער פירט אדורך די אקטן. (זעה ווידיאס, ביים ענדע פון די ארטיקל.)

נישט לאנג שפעטער איז דער פארשוין באמערקט געווארן דורך א שומרים מעמבער שפאצירענדיג אויף די גאס, און ער איז געכאפט און ארעסטירט געווארן.

בילד

אויסשליסליכע באריכט פון נתן אייזיקסאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם)



ווידיא: פארברעכן ווערט ערשט באמערקט

ווידיא: פארשוין ווערט געזעהן דורכפירן זיין קרימינאלע אקט


ווידיא: פארשוין ווערט געזעהן גייענדיג פון איין קאר צום צווייטען, אראפנעמענדיג פלעיטס, און עס אריינלייגן אין א עמעזאן שאכטל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל