ניו יארק – "מארגען סטענלי" האט פארלאזט זיין פאזיציע אין "מארגען סטענלי". דאס איז נישט קיין טעות, נאר ווירקליך א פאקט, אז אן איינגעשטעלטער אין דער באקאנטער "מארגען סטענלי" באנק, וועלכער הייסט "מארגען סטענלי", האט מיט עטליכע טעג צוריק פארלאזט זיין אמט אין דער באנק – אבער זייט נישט באזארגט. מען רעדט נישט פונעם עכטן אייגנטימער און גרינדער פון דער גרויסער באנק, נאר פון עמיצער ביים נאמען מארגען באב סטענלי, וועלכער האט אנגעהויבן ארבעטן אין דער באנק אין יאר 2012 און האט יעצט אפגעטרעטן.

דער נאמען פון דער באנק שטאמט אייגנטליך פון א צוזאמשטעל פון צוויי נעמען, די גרינדער פון דער באנק הענרי מארגען און העראלד סטענלי, וועלכע לעבן שוין ביידע נישט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל