קאליפארניע – א פרישע באריכט צייגט אז מענטשן וועלכע גלייכן צו בלייבן אויף ביז שפעט און שטייען אויף שפעט, האבן א גרעסערע ריזיקע צו שטארבן יונג ל"ע, ווי מענטשן וועלכע לייגן זיך פרי און שטייען אויף פרי. דער באריכט, פובליצירט אינעם "קראנאבייאלעדזשי אינטערנעשאנעל" זשורנאל, אנאליזירט א שטודיע וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אויף א האלבן מיליאן מענטשן אין די יארגענג פון דרייסיג יאר אלט ביז 73 יאר אלט, און די שטודירער זענען נאכגעגאנגען די לעבנס פון די מענטשן פאר זעקס און א האלב יאר. די שטודירער זענען דערגאנגען אז מענטשן וועלכע האבן זיך זעלבסט-אידענטיפיצירט אלס "נאכט פויגלען", האבן געהאט א צען פראצענט העכערע ריזיקע צו שטארבן, ווי די וועלכע האבן זיך אידענטיפיצירט אלס צייטליכע לייגער און פריע אויפשטייער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל