דער הויפט רעפובליקאנער אויף די סענאט יורידישע קאמיטע טשאק גרעסלי האט רעאגירט צו די לעצטע סעריע פון אטאקעס און באקלאגענישן פונעם פרעזידענט קעגן דעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, און געווארנט אז אויב זאל דער פרעזידענט אפזאגן מיולער וועט דאס זיין ״זעלבסמארד״ פאר אים, צולייגנדיג ״איך מיין אז ווי ווייניגער דער פרעזידענט רעדט איבער די אויספארשונג איז בעסער פאר אים״.

גרעסלי האט פארטיידיגט מוללער - א לאנגיעריגער רעפובליקאנער - זאגנדיג אז ער איז א עהערנפולער מאן און אז ער רעספעקטירט אים, און דערמיט אפגעשלאגן דעם פרעזידענט׳ס באשולדיגונג אז די גאנצע אויספארשונג איז איינזייטיג און אומ׳יושר׳דיג. ענליכע באמערקונגען האט מען געהערט פון דעמאקראטישע סענאטארן וועלכע האבן געזאגט אז אויב דער פרעזידענט וועט אפזאגן מיולער וועלן זיי אנהייבן א אימפיטשמענט פראצעדור.

דער פרעזידענט האט נעכטן רעאגירט צו א פראגע פון רעפארטערס אויב ער וויל אפזאגן מיולער און געזאגט ״פארוואס איך זאג נישט אפ מוללער? איז אזוי, מען וועט זען, אסאך מענשטן זאגן מיר אז איך זאל אים פשוט ארויסווארפן, עס איז א שאנדע וואס קומט פאר אין אונזער לאנד״ אבער האט נישט געגעבן קיין קלארע ענטפער אויב ער גרייט זיך צו אפזאגן מוללער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל