טאם באסערט, דער פרעזידענטס נאציאנאלע זיכערהייטס ראטגעבער האט היינט רעזיגנירט פון אמט, זייענדיג די לעצטע פון צענדליגע הויכראנגיקע אפגעזאגטע און רעזיגנירטע פון די אדמיניסטראציע. באסערט איז א געוועזענער באאמטער אין די בוש אדמיניסטראציע.

באסערט איז געווען אין די לעצטע מאנאטן קאנצעטרירט צו קאארדינירן די שריט פון די אמעריקאנער רעגירונג איבער וויאזוי צו רעאגירן צו סייבער געפארן פון לענדער איבער די וועלט, און אדוואקאטירט פאר א שטייפערע און מער קאנקרעטע פאליסי איבער סייבער זיכערהייט.

לויט קוועלער אינעם ווייסן הויז האט דער פרעזידענט אים געבעטן צו רעזיגנירן אויפ׳ן פארלאנגט פונעם נייעם נאציאנאלע זיכערהייט קאנסיל הויפט דשאן באלטאן. אזוי אויך האט באלטאן אפגעזאגט די נאציאנאלע זיכערהייטס ווארטזאגער מייקל אנטאן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל