ענגלאנד – אין א שטארק-פאזיטיווער אנטוויקלונג פאר מענטשן וועלכע ליידן פון דייעביטיס ל"ע הערט מען, אז א נייע מאשין, וועלכע איז לעצטנס ערפונדן געווארן אין ענגלאנד, וועט ערלויבן מענטשן מיט דייעביטיס צו טעסטן און מאניטערן זייערע בלוט-צוקער שטאפלען, אן דעם וואס זיי זאלן דארפן זיך שטעכן די פינגער פאר בלוט אדער דורכפירן אנדערע בלוט-סעמפל טעסטס ווי רוב ליידנדע טוען ביז היינט. דאקטער אדעלינע אילעי פון באאט, ענגלאנד זאגט אז די מאשין וואס ער האט ערפונדן, ארבעט דורכ'ן מאניטערן די פליסיגקייט וואס פליסט נאטורליך אונטער'ן הויט פונעם מענטש, און ביים דורכפירן טעסטס אויף עטליכע געזונטע מענטשן, האט די מאשין ארויסגעגעבן זייערע צוקער שטאפלען, כמעט די זעלבע אקוראט ווי מיט א בלוט-סעמפל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל