פלארידע – א פלארידער איינוואוינער איז איינגעזעצט געווארן אין טורמע, נאכדעם וואס זיין דעשקעם קאמערע פון זיין אייגענע אויטא האט געצייגט פאר די פאליציי זאכן וואס ער האט נישט געוואלט מ'זאל זען. די לאקאלע מידיא האט באריכטעט, אז דער 25 יעריגער זעוויער מארען איז געווען פארמישט אין אן עקסידענט, און ער האט געזאגט פאר די פאליציי אז דער עקסידענט האט פאסירט צוליב וואס א צווייטער דרייווער האט פרובירט אריינצושניידן און זיך דערכאפן פון אים. מארען האט געזאגט אז ער האט א דעשקעם קאמערע וועלכע וועט צייגן אז ער איז גערעכט, און די פאליציי האט טאקע געבעטן פון מארען די קאמערע עס איבערצוקוקן. ווי איבערראשט זענען זיי געווען זעענדיג געזען וויאזוי די קאמערע כאפט אויף ווי מארען פירט דורך א רויבעריי אויף א לאקאלן געשעפט עטליכע טעג בעפאר'ן עקסידענט. ער איז ארעסטירט געווארן און ווערט געקלאגט מיט רויבעריי קלאגעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל