באלד נאכדעם וואס פאול רייען האט שאקירט וואשינגטאן מיט זיין מעלדונג אז ער וועט פארלאזן קאנגרעס ביי די ענדע פון זיין טערמין האט זיך שוין אנגעהויבן די אינערליכע קריגערייען און אינטריגעס איבער ווער עס נעמט איבער זיין פאזיציע, און די צוויי הויפט קאנדידאטן זענען קעווין מ׳קארטי און סטיווע סקאליע.

קעווין מ׳קארטי איז דער רעפובליקאנער פארשטייער פון קאליפארניע, און דינט היינט אלס מאיאריטעט פירער, ער איז שוין געווען א קאנדידאט פאר די פאזיציע אין 2015 און האט עווענטועל פארלוירן צו פאול רייען. סטיוו סקאליע איז דער פארשטייער פון לואיזיאנע וועלכע דינט היינט אלס דער ״וויפ״ און איז באקאנט געווארן נאכ׳ן געשעדיגט ווערן אין א שיסעריי אין 2016.

ווי עס שיינט וועט פאול רייען אפטרעטן פון די ספיקער פאזיציע נאך פאר ער דינט אויס זיין טערמין, באלד נאכדעם וואס די פארטיי פירערשאפט פאראייניגט זיך אויף א פאסיגער נאכפאלגער, וויבאלד די רעפובליקאנער ווילן אז דער ניייער ספיקער זאל שוין זיין אקטיוו פאר די מיד-טוירם וואלן און העלפן מיט די קאמפיינס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל